top of page

שניי מלכים



מלאכים‭ ‬אין‭ ‬טליתים

שפרינגען‭ ‬אין‭ ‬רינגען

א‭ ‬תחיית‭ ‬המתים

טאנץ‭, ‬זיי‭ ‬זינגען


גייסטן‭ ‬פון‭ ‬וואטע

קווענקלען‭ ‬און‭ ‬שוועבן

פון‭ ‬פלאנעטן‭ ‬ווייטע

שלום‭ ‬זיך‭ ‬גיבן


ווי‭ ‬קינדער‭ ‬געקליידט

אין‭ ‬העמדער‭ ‬ווייסע

בליטשקען‭ ‬מיט‭ ‬פרייד

די‭ ‬אויגן‭ ‬נאסע

חול‭ ‬המועד‭ ‬אין

שטעטל‭ ‬איז‭ ‬היינט

אויך‭ ‬די‭ ‬זון

‭ ‬געקליידט‭ ‬עלעגאנט

די‭ ‬וואלקענעס‭ ‬טראגן

אויף‭ ‬פוכיגע‭ ‬רעדער

א‭ ‬פולע‭ ‬וואגן

צופלויגענע‭ ‬פעדער

די‭ ‬ווינט‭ ‬ארקעסטרירט

צום‭ ‬פרייליכן‭ ‬טאקט

קעניגליך‭ ‬מארשירט

און‭ ‬שטיוול‭ ‬קנאקט

מונדירן‭ ‬פרישע

פון‭ ‬קעניגליכע‭ ‬ווערד

אויף‭ ‬ריטערישע

פעסטע‭, ‬ווייסע‭ ‬פערד

ווי‭ ‬קאדעטן‭ ‬מושטירטע

געמאסטענע‭ ‬טריט

קנעפ‭ ‬באצירטע

מיטן‭ ‬פעדערנע‭ ‬הוט

געגלאנצט‭ ‬מיט‭ ‬פראכט

די‭ ‬גאס‭ ‬א‭ ‬נאסע

פלאטערן‭ ‬לייכט

פענער‭ ‬ווייסע

פארן‭ ‬גאסט‭ ‬ווער

גרייט‭ ‬מען‭ ‬די‭ ‬מלוכה

צי‭ ‬הייסט‭ ‬אפשר‭ ‬ער

מנוחה‭?‬

2 views0 comments

Comments


bottom of page