top of page

שלוה ליכט



א ריטמישע געלויף

פון ענדלאזע שטיל

אראפ ארויף

לופטיג און קיהל


כוואליעס אטעמען

פון טיפע דרימל

ראזע חלומות

פון א תכלת הימל


א מאטע שיין

פון דערווייטן א פינקל

א ענדע מוז זיין

צו פארצויגענע טונקל


א טורעם פון ליכט

אין א בלוט רויטע הארץ

מאכט לייכטער געוויכט

אין א הערצל שווארץ


בלאס און געלאסן

שפאצירט א פלאנעט

אין די הימלישע גאסן

דארט איז זיין בעט


פראוועט די נעכט

מיט א לייכטע געמיט

ער מאכט זיך צי עכט

אבער שפילט אויסגערוהט


מאנאטאניש יעדע נאכט

קענסט אים זעהן גיין

פריינדשאפט ער מאכט

אויב שפירסטו אליין


מצבים גענוי

איז שווער צי פאראויסזעהן

רויט צי בלוי

וואס וועט געשעהן


שלוה און פיין

איז א באשלוס

און ס׳איז אייביג דיין

די אפציע וואס

0 views0 comments

Comments


bottom of page