שטאלץ, שטום, שטיי איך דא העכער
פונעם האלציגן ארום, און שטרויענע דעכער
נאפט איך זויף, ביז שפעט אין די נעכט
ביי שקיעה איך שטיי אויף, און גיי אויס ווי א לעכט
איינזאם איך שטיי דא, אויף און וואך
אין די טונקלסטע שעה, און באמערק גלייך
ווער פראוועט חצות, ווער א באטע
ווער וועקט דעם עלות, און ווער מאכט דא די בלאטע
דערקען יעדע קול, קען יעדע ברעטל
וואס פאסירן נאר זאל, אין מיין קליין שטעטל
ווער וועקט די הינער, ווער קוועטשט מאטראצן
ווער א פארדינער, און ווער מאכט סתם יענעם פלאצן
די קעצל, די האז, גריסן מיר באקאנט
די שאטן אין די גראז בין איך וואס באשיינט
די הינדעלע, די קוה, די רוקן קראצן אין מיר
פארפוילט מיין האלץ, אבער שטאלץ איך שפיר
אבער מאדנע דורכאויס, עפעס פארדעכטיגט
ווי מיין שטייגער איך גיי אויס, קוים גענעכטיגט
קוק, אינטערסאנט, פארוואס די טומל
וואס איז היינט, פארשווארצט נאך איז דער הימל
מענטשן גייען, און קומען א געפילדער
שטומע געשרייען, די געסלעך ווילדער
מיט א העמערל האקט איינער אויף די שויבן
פון די הייזעלעך ארויס פליען וואוינער ווי טויבן
זיי וועקן די שאטנס, שאקלען די פרימארגן
צופלויגענע טלית קטן'ס פלאטערן מיט זארגן
מאמעס מיט פיצלעך, שלעפן זיך ווי מיט שולד
און שאול יצחק פון די שפיצלעך, שפאצירט זיך אזוי מילד
וואס שלעפן זיי אין ארעם, וואס קנייטשן זיי די שטערן?
פארוואס די רוקן אזא פארעם, איז יענס דארט טרערן?
די האן נאך פארשלאפט, אויפן נאכט קעסטל איר קרוין
איך שפיר נאך אביסל נאפט, האט דען געטאגט שוין?
גראזעלעך און טוי, די קעפ פארבייגן אין שפאנונג
ווער טרעט דארט גענוי, האבן זיי קיין אנונג
די שטעטל פארט ווי, אויף צוויי פיס
אונטערהערן איך טוה, זיך שטיל צו א שמועס
אבער שטום די ליפן, הערצער באמבען בלויז
זיי לויפן און שטופן, ביים האלב טונקעלן קלויז
די רעש איך הער, די געזאנג די טומל
א ניגון איך הער, ווי פון מלאכים אין הימל
אה, דער האר פון פאריאר, דאס איז מסתַמה
ווי היינט נאך קלאר, געדענק איך די דראמא
לאמיר זיך צורעכטן, פאר אזא קעניג פאסט זיך
וואס קען איך מיר פאררעכטן, שנעל איידער ער באווייזט-זיך
שטערקער שיינען? לייכטן א פיצל גרעסער?
זיכער איז פארהאנען, אין מיר א טראפ בעסער!
Comments