top of page

צופייערט



ווי‭ ‬פייער‭ ‬פלאמען

גארן‭ ‬אן‭ ‬סוף

צינגען‭ ‬צוזאמען

ציען‭ ‬ארויף

מיט‭ ‬פלאקער‭ ‬שלינגען

איין‭ ‬זיך‭ ‬אליין

מיט‭ ‬אייפער‭ ‬שפרינגען

אין‭ ‬פייער‭ ‬אריין

זיי‭ ‬ווילן‭ ‬זינגען

ווילן‭ ‬גיין

ווילן‭ ‬זעהן

גאט‭ ‬אליין

זיי‭ ‬ווילן‭ ‬ברענען

מיטן‭ ‬גאנצן‭ ‬ברען

ווילן‭ ‬קענען

וואס‭ ‬זיי‭ ‬קענען‭ ‬ווען

ווילן‭ ‬עררייכן

מיליאן‭ ‬מאל‭ ‬מער

ווילן‭ ‬גרייכן

וואו‭ ‬ס‭'‬איז‭ ‬שווער


שלאגן‭ ‬זיך‭ ‬צוזאם

געל‭ ‬און‭ ‬רויט

געפלאכטן‭ ‬איין‭ ‬פלאם

ווען‭ ‬אין‭ ‬נויט

הייבן‭ ‬זיך‭ ‬נאכאנד

און‭ ‬פאלן‭ ‬שטיל

פונקען‭ ‬אין‭ ‬פארשטאנד

נו‭, ‬אזוי‭ ‬גאט‭ ‬וויל

זיי‭ ‬ווילן‭ ‬בריען

אין‭ ‬סופ'יגע‭ ‬היץ

זיי‭ ‬ווילן‭ ‬ציען

בלויז‭ ‬צום‭ ‬שפיץ

זיי‭ ‬ווילן‭ ‬פליען

איין‭ ‬וועג‭ ‬ארויף

זיי‭ ‬ווילן‭ ‬נישט‭ ‬רוען

גיבן‭ ‬נישט‭ ‬אויף

זיי‭ ‬ווילן‭ ‬מיען

זיך‭ ‬האלטן‭ ‬וואך

זיי‭ ‬ווילן‭ ‬גליען

און‭ ‬גרייכן‭ ‬דאך

קלאמערן‭ ‬אין‭ ‬אים‭'‬ן

מיט‭ ‬א‭ ‬ליכטיגן‭ ‬קאפ

אויסלעקן‭ ‬די‭ ‬שמן

ביזן‭ ‬לעצטן‭ ‬טראפ


ווי‭ ‬צוגאסענע‭ ‬שעוה

אור‭ ‬מופלא‭ ‬רום‭ ‬מעלה

א‭ ‬ברענעדיג‭ ‬אהבה

דודי‭ ‬לקראת‭ ‬כלה

15 views0 comments

Comments


bottom of page