top of page

צוויי שיך









שפאנען צוויי שיך

אינעם זילבערנעם באגינען

פלינק

גיך

בנאמנות זיי דינען


א געהויבענע געשטאלט

איבער זיי גייט

גייט

פאלט

פעסט אבער, שטייט


טריט פון יראה

צום טאקט פון א ניגון

געפילן

פון ליבע

אין א וואלקן פארגעניגען


פון זיין היימעלע קאלט

צו זיין ווארעמע היים

שיעף

אלט

זיין בית, השם


די פלאץ וואו ער לויפט

שטילן זיין גייסט

די פלאץ וואו ער קויפט

דערקוויקונג און טרייסט


אהין שלעפט אונמאכט

פעקעלעך פון הארץ

צופרי

ביינאכט

פון ווייס ביז שווארץ


דארט איז פארהאן

איינער א גוטער פריינט

אייביג

אלעמאל

נעכטן און היינט


אירע טירן זיי קרעכצן

מיט זיינע דאגהלעך

די ספיקות

די לעכצן

ענדלאזע פראגעלעך


די בלעטער די געלע

פארוועלקט מיט שימל

די באליבטע

ספעציעלע

זיי שמעקן דאך פון הימל


אין די שווארצע טינט

הלואי זיך קענען טינקען

זיי שוועבן

אין די ווינט

און פון סידורל, וואונקען


די פלאץ וואו איך לויף

שטילן מיין גייסט

די פלאץ וואו איך קויף

דערקוויקונג און טרייסט



7 views0 comments

אחחחד

Comments


bottom of page