top of page

צוויי פונקען






פייערלעך צוויי, איך זעה זיי בריען

אהין אהער, וואקלען זיך און ציען

וואנדערן, שפרינגען גענצליך אומסטאביל

ארויף אראפ, בלויז לעבן וויל


שפיגלט זיך פלעמעלעך, כזעה זיי פון דא

קלאצן אויף מיר, שוין א האלבע שעה

שפרינגען פון שרעק, אין די לעכער ארום

קוקן מיר אריין, טרויעריג און שטום


די ליכטעלעך צוויי, אין פלאקער פינקלען

זוכן מיט ליכט, זוכן אין די ווינקלען

ווייס און שווארץ בלויז זיי ברענען

שיינען ווי ליכט הלואי זיי קענען


קוקן אויף מיר, מיט גארנדע בליקן

פילן זיך טונקל, און פון טרערן שטיקן

גליעט דארט א, לעכצעניש פאר אור

פונקען האפענונג, פון מיין מקור


מיינע ליבע,


טיף איך זעה, אין די אויגן דיינע

דו קוקסט אויף מיר, און ביסט מקנא

א קריגעלע יאוש, אונטערן וואנט

ווי דא איז ווארעם, אויך שיינט


פארט כ׳זע, א פייערל אין די אויגן

א ענדלאזע ברען, רצון אומגעבויגן

בריעדיגע היץ, פון גליענדע ווילן

א שטילע פלאם, א קאלעך-אויוון געפילן


שושקען שטיל, כ'וועל דיר א סוד

געצינדן איינער, פילייכט אונז האט

אכט ברודער ווארעם, איז טאקע וואונדער

און אט דוקא דו, איז דער צינדער


חוץ דיין הענט, רצון אויך פראוו עס

זעה די כח, אנטדעק דיין חשיבות

ווי אונז וועסטו ברענען, לייכטן ווי לעכט

שיינען אייביג, נישט נאר אכט נעכט


אין א מלחמה מאמענט, טוהן וואס ריכטיג

אין א יאר פון יעצט, געמאכט די וועלט ליכטיג

באוויזן האסט א נס, וועסטו אנערקענען

פאר יארן ארום, דיין כח וועט ברענען!


דיין ליכטעלע.

0 views0 comments

Comments


bottom of page