א פייערל - פארלאשן
איר רויעך
אין מח
צעגאנגען.
א פלעמעלע - צעבלאזן
אין הארץ
שווארץ
פורהאנגען.
א ליכטעלע - צעלאזט
פארהאנקעט
צאנקעט
איר שיין.
א בענקעניש - פארפרוירן
עס פילט
פארקילט
פון פיין.
אהבה - אפגעקילט
פון ליבע
צו טריבע
טראציגע שפאס.
א קשר - אויפגעבינדן
אומגעראכטן
צעפלאכטן
אירע קניפן.
א בונד - צופאלן
צעריסן
פארביסן
די ליפן.
א רפואה - וואונדער
שוין לאנג
פון אנפאנג
געפלאנצן.
סלח לנו - צוויי טאבלעטן
איינפאך
וואס גלייך
מאכט גלאנצן.
Comentários