top of page

איך בלאז!

Updated: Sep 14, 2023




קעניג -

טוה קעניג'ן

אויף דיין

און מיין

קעניגרייך,

פאר קינדערליך

קעניגליך

ליבליך

אונז פאררעכן

צו קעניגליכע

מושגים

פארשטיין

און זיין קעניג

אויף זיך אליין,

אונטערטעניג

קעניגין

און קעניגרייכן

גיך

און ווייז

אז

דו ביסט קעניג

אליין

איין

און זיכער מיין

קעניג!


-


געדענקען

די געדאנקען

איך מוז

און חזר'ן

צו געדענקן

איך געדענק,

ווייל געדענקען

און בענקען

מיין טאטע

טוט

א געדענקעניש

פון דורות

געטריי,

געדענקעןצו דאנקען

פאר זיין

געדענקעניש,

א אנדענק

צו געדענקען

זיין נאמען

געדענק

איז די ציל

גאט -

געדענקט

וועט געדענקן

און צאלן פיהל!


-


כ'וויל בלאזן

שטארק בלאזן

אבער נישט בלאזן,

אויך ווינטן בלאזן

בלעטעלעך

נעבעך

אינגאנצן צובלאזן

אוועק,

איך בלאז

ארויס ווייען

הונדערט בלאזן

מיליאנען געשרייען

טאטע -

בלאז אפ

און בלאז אויס

די בלאזעניש

ביטער,

און ביטע בלאז

שנעל בלאז

די איין בלאז

א לאנגע

אייביגע

ענדגילטיגע

בלאז!

4 views0 comments

Comments


bottom of page