top of page

פארבלענדע-נישט



טאפעדיג טונקל

פינסטער בלויז

אפן? ווינקל?

קליין? גרויס?


פרובירן גיין

א שטיין

פרובירן שטיין?

בלייבן אליין?


שאטן און שרעק

שטום און שווייג

וועלט׳ס עק?

הענט אדער צווייג?


-


א בליץ, אומגערישט

טאטאל פארבלענדט

שיעור נישט

זעהן געקענט


שטראלן

אומגעראכטן

מיילן

באלאכטן


צי מעגליך דען

אין רגעים בלויז

טרעפן קען

די וועג ארויס?


-


טאקע נישט.

א שטראל

אומגערישט

קען בכלל


צייגן

צי טראגן

אדער לייזן

דיינע פלאגן


אבער יא זי

טוט איר פליכט

מיט ווייזן וואו

ס׳פארהאן ליכט!

6 views0 comments

Comments


bottom of page