רויטע צינגען, ווילדעווען הויעך
פאקלען שפרינגען, שטיקט א רויעך
די רויטע זאמדן צובלאזן אין שרעק
שטיינערנע שפיצן צולויפן זיך אין יעדע עק
די בריאה ערשיטערט, ציווארפן די קארטן
דער קאקטוס פארציטערט, געביטן צו גארטן
די וואלקענעס פון פחד דינערן אומנאטורליך
מאויומדיגע בליצן רייסן אויף אין שנירלעך
דער נעפל שטעכט, די אומוואוסנד טאפנד
די וועלט ווי א לעכט, אטעם פארכאפנד
פייפט די וועלט, מיט א לאנגע הארן
צו טונקל פארשטעלט, אויך די זון געווארן
ווארפן קאלירן, בליצן בילדער
זיך אינגאנצן פארלירן, אין די געפילדער
עפעס גערירט אראפ פון זינען
קוועלער חכמה פון די בערג ווי רינען
די וועלט באשאף צופייערט גענצליך
פייער און וואסער אינאיינעם רינגען טענצעלעך
רעש, קולות, א פארבלענדעניש פון טומל
הימל איז ערד, ערד הימל
ווי קאלעך אויוון רודערט, יעדע ווינקל גליעט
די נפש צורודערט, די נשמה כמעט פליט
פארשלאפן טיף, יעדע גליד אין בהלה
צוקראכן פון התפעלות, פארפאסט יעדע קבלה
צווישן מהפיכה, דארט אפשר איז די שפיץ
צווישן רויעך און ווינטן, שוין איינמאל א בליץ
רויעך, בליצן און פייער, די זעלבע מהות
זעהן דערין נסיון, אדער אלוקות
זיי זעהען א מבול, שפירן ס'צרות
מיר זענען תורה מקבל, עפענען גמרות
פארכטיגע סצענעס, מצבים טריבע
אפשר זיין קען עס, אפענע ליבע
א גאס פון בינה, א איבערפלוס פון אפנקייט
התגלות השכינה, ווי קיינמאל אין פארגאנגענהייט
ניין, נישט יעצט הייבן, א פאן פון מורא
תשפ"ג שרייבן, א נייע קבלת התורה
Comments