top of page

מ-א-מ-ע!




מיטן פארטוך שניי ווייס

און אויגן באדעקטע, שטיל

שנירעלעך טראפט נאס

זאלציג, געדעכט און פול


טרערן, הייסע עס בריען

ווי דיימאנד אויפן געזוכט

קרעכצן, כליפען עס טוען

אויך מיט, מיט זיי די ליכט


מאמע, זי הייסט די געשטאלט

מאמע, איר טיטל באצירט

מאמע, איין ווארט אנטהאלט

א מאמע, וואס שאף זי פירט


דיין פארטוך, מאמע, איז

אלט, געשטיקט, אנטיק

דיין פארטוך, מאמע, מוז

זיין פארפלעקט און דיק


טרערן, ביטערע און זויער

זי האט שוין פיל געווישט

פייכט, טראפנס טרויער

איינגעזאפט אומגערישט


מאמע, מיט בלוט פארפלעקט

דיין פארטוכל פול מיט לעכער

קוילן, מיליאנען, פארשטעקט

אונטער איר באהאלטן זיכער


וואונדן טיפע, באנדאזשירט

אפגעשטעלט, ים'ן פון בלוטן

שחיטות, פון זינען גערירט

פארהיילט די טיפסטע שניטן


ווארעם איז איר לייוואנט

רואיג, געטרייסט עס פילט

א שירצל וואס שיצט היינט

און שוין דורות איינגעהילט


מאמע רחל, הייסט די געשטאלט

מאמע רחל, דו וויינסט פאר מיר

מאמע, רחל, עס שרייט אין וואלד

מאמע, מאמע, איך זוך דיר


צי אויך קען דיין פארטוך ווישן

מיינע טרערן, און וויי געשרייען

ווי זאפט נאך איין דיין קישן

איין טראפ פרישע ווייען


מאמע רחל, דו וויינסט, איך הער

מאמע, רחל געדענק דו הייסט

מאמע רחל, וויש אויך מיין טרער

מאמע, כאטש אנטזאג די טרייסט


מאמע, דיין שירצל אליינס נוץ

וויש אפ דיינע אויגן נאס

די יאמער, געוויין און שוץ

ווישן דאך אוועק, פיל כעס


דיין פארטוך שוין שפרייט אויס

שניי ווייס ווי געווען אמאל

פון בית לחם ציה אוועק דיין הויז

און נעם אריין דיין קינד ישראל


-


מאמע, דאך, נעם דיין טרייסט

דיין ליב קינד אהיים שוין נעם

האנט ביי האנט אויסגעלייזט

קיין ירושלים אהיים, נאום השם

4 views0 comments

Comments


bottom of page