top of page

ליינען די שטערן.




זיי שפרינגען

מיט שרעק, דארט די שטערן

זיי פינקלען

טראפנס, שנירלעך טרערן

זיי פליען

מיט אנגסט, ווילן נישט הערן

זיי טרויערן

דארט, ווי פאר'אבל'טע ספערן

קלאגן זיי

מיט פארקנייטשטע שטערן

קלאצן אויבן

מיט וואונדער זיי קלערן

רעדן קוים

און שיינען ווילן אויפהערן

גלייבן כמעט

נישט וואס זיי הערן

די פאלאץ

דארט פון כבוד און עהרן

צי האט דען

איינער געקענט עס צעשטערן

זיי שמעקן

דארט, די גערוך דעם שווערן

דערשטיקט

כמעט פון די רויעך זיי װערן

איך קלאץ דא

אויף די זעלבע מיליאן שטערן

וואס די געוויין

האבן אליין געקענט הערן

דאך זייער פייער

קיינמאל געטוהן אפקערן

כה יהיה זרעך

ווי יענע מיליאנען שטערן

א פייער פלאם

איך זעה עס אויפן שטערן

נאכט נאך שלאכט

עס וועט זיך צוריקקערן!

6 views0 comments

コメント


bottom of page