פרייד
דיין אדרעסע
דיין טיר
איך זוך
פרייד
מיט אינטערעסע
שטודיר
דיין בוך
וואו פונקט
פרייד
ביסטו
בכלל
הלואי געלונגט
פרייד
אין מיין גוסטע
זיין חל
וואו אין די וועלט
וואוינט
פרייד
פערמענאנט
צי נעבן געלט
גוט געלוינט
פרייד
שפאנט
אדער חפצים
מאטריאליסטיש
יעדע גלוסט
ברענגט פרייד
צי ביי לצים
הומאריסטיש
דו ביזט
יעדע צייט
ביי סטודענטן
פראפעסארן
מיט דאקטאראט
ביסטו גוט
צי מאניומענטן
עקספלארן
נאנט און ווייט
ברענגט דיר מיט
צי אפשר גאר
דעליקאטעסן
זיס און באצוקערט
און געבראטן
דיין פאר
איז עסן
און פארשיכורט
איז געראטן
לאכן
קען אויך נערנים
א שמייכל
קען א יעדער
וויצן קראכן
א גוטן פנים
אבער אנע שכל
אונטער די לעדער
משנכנס
אדר
באדייט נישט
טוישן זאכן
נאר, איבעררעכן עס
א גראדער
און פריש
הייב אן לאכן
פרייד
באדר מרבין
מיינט נישט גיין ווילד
נאר מיט פרייד
איבערפארבן
די זעלבע בילד
פרייד
איז א געדאנק
נישט א מציאות
פרייד
איז דא ווילאנג
דו ביסט זיס
Comments