top of page

א הארעלע






א הערעלע געדרייט

צווישן פינגער פארכאפט

כאילו זי פארשטייט

נישט וואס קלאפט


אין סברא פארקנייטשט

פארוויקלט, פארקלערט

אין דילעמא פארקניפט

קרייזעלעך זי ווערט


א שנירעלע ווייסע

אין צירקלען גייט

פארציילט זי א מעשה

לאנג און געדרייט


מיט צוואנג אפגעפליקט

פון שורש ווילד

גענצליך אן וויסן

איר חלק אינעם בילד


געפעלט האט א האר

צי ערגענצן די סברא

געפאלן איז אין פלאץ -


זי אין די גמרא.

זי און די גמרא.

7 views0 comments

Comments


bottom of page