top of page

ווייסע געסט



א‭ ‬גאסט‭ ‬זיך

באווייזט‭ ‬זיך

ביי‭ ‬מיין‭ ‬טיר


דרייט‭ ‬זיך

און‭ ‬צושפרייט‭ ‬זיך

ארום‭ ‬מיר


אין‭ ‬ווייסלעך

תכריכים‭ ‬נאסלעך

געקליידט


בלאס‭ ‬אינגאנצן

ארומטאנצן

אנשטאט‭ ‬גייט


שפיציג

צי‭ ‬טריציג

גאר‭ ‬באטראכט‭-‬מיר


שמייכלט‭ ‬געלאסן

קאלטע‭ ‬גרימאסן

מאכט'מער


קוקט‭ ‬זיך‭ ‬אום

קאלט‭ ‬און‭ ‬שטום

אין‭ ‬מיין‭ ‬הויף

שטעלט‭ ‬זיך‭ ‬אפ

פליט‭ ‬אראפ

און‭ ‬ארויף

באטאפט‭ ‬גלייך

יעדע‭ ‬זאך

און‭ ‬גלאז


אלע‭ ‬זעקס‭ ‬זייטן

ווי‭ ‬ביים‭ ‬טאטן‭.‬

אויפן‭ ‬גראז

שטיל‭, ‬פארביסן

כקען‭ ‬נישט‭ ‬וויסן

וואס‭ ‬ער‭ ‬וויל


שטעכעדיג‭ ‬פילט‭ ‬ער

ווייעך‭ ‬שפילט‭ ‬ער

א‭ ‬שפיל


קומט'מער‭ ‬אקעגן

אן‭ ‬גארנישט‭ ‬פרעגן

און‭ ‬זאגן

די‭ ‬פרצוף‭ ‬מיינע

מיט‭ ‬זיינע

זעקס‭ ‬פינגער‭, ‬שלאגן

א‭ ‬אנגעלייגטער

מאדנע‭ ‬צייגט‭ ‬דער

דער‭ ‬גאסט

אבער‭ ‬בלויז

ממש‭ ‬וואסער‭ ‬

זיך‭ ‬שפייזט


א‭ ‬וועג‭ ‬גאר

לאנג‭ ‬פאר‭ ‬שאר

קומט‭ ‬ער


אסאך‭ ‬געפאלן

לאנגע‭ ‬מיילן

געלאפן


זיך‭ ‬דערשלעפט

טיף‭ ‬ערשעפט

מיין‭ ‬טיר‭ ‬געטראפן


א‭ ‬לעבן‭ ‬ניי

ווי‭ ‬ווייסע‭ ‬שניי

אנפאנגען‭ ‬


ווי‭ ‬עס‭ ‬פאסט

דיין‭ ‬נייע‭ ‬גאסט

ענטפאנגען

12 views0 comments

Comments


bottom of page