top of page

וואו איז ירושלים?




וואו איז ירושלים

אויף וואס איך

וויין, קלאג, און בענק


וואו איז די בית המקדש

אויף וואס איך

טרער, באדויער, און געדענק


וואו איז די שטאט

אויף וואס איך

האף, בעט, און קרעכץ


וואו איז די לאנד

אויף וואס איך

זיפץ, גאַר, און לעכץ


וואו איז די פאלאץ

אויף וואס איך

טראכט, קלער, פון איר


וואו איז די היים

צו וואו איך וויל

גיין, פליען, צו איר


וואו איז די חורבן

אויף וואס איך

קלאג, דאס יאר פון פריש


איז עס מיין הארץ

מיין זעל

וואס איך דערקען איר נישט?

7 views0 comments

Comments


bottom of page