top of page

הארץ קלאפעס




א קלאפ, ביים טיר פון הערצ'ל

א דינע קעלט אדורך שווערצל

קלאפ קלאפ, שטויסט א העמער'ל

אריין קנאקט אין יעדע קעמער'ל


קנאק, קנאק קנאק, ׳הער אויף׳

קנאק, קנאק נישט, איך בין אויף

שטראלן די אויג מיינע פארבלענדן

מיליאנען ליכט צו מיר זיך ווענדן


מאך אויף, וואו בכלל לעבסטו

רייס אויף, די אויגן פארקלעבסטו

שיין אויף, צו נאכט שטרעבסטו

שטיי אויף, טעג פארגעבסטו


קלאפ, קלאפ, כ׳עפן כ׳עפן

מיין זעהל'ס פענסטערל טרעפן

באהאלטן וואו איז די שליסעלע

׳עפן, עפן, כאטש אביסעלע׳


אויגן סימפאטישע דארט שיינען

פון רעכטס צו לינקס מילד שפאנען

זיין לאמטערן ווי די זון שטעכט עס

בליקן שטרענג, נישט שלעכט איז


מאך אויף, פארשפארט לעבסטו

רייס אויף, דיין זעל פארקלעבסטו

שיין אויף, וואס שטרעבסטו

שטיי אויף, לעבן פארגעבסטו


ציעט פרעסט פון שוועלן צובראכענע

ווארעם, ליבליך אונטער די דאכענע

בעסער אבער, דארט אין שוהל איז

ווייל ווארעמער, הייסער, געפיל-איז


מיין רוה, מיין נפש, מיינע מנוחות

נישט אין בעט, נישט אין קיך-איז

איך גאר עס, לעכץ עס, און זוך עס

קום, שמש'ל, גיימער זאגן סליחות

1 view0 comments

Comments


bottom of page