top of page

דורכבלעטער




א רעגנבויגן

זיך אראפגעבלאזן

פאר מיינע אויגן

דא. צווישן די גראזן


גיך זיך צושאטן

אן געבן א שאנס

אונטער זוילן צוטראטן

אין א שדים טאנץ


כמעט טויט

און אנטמוטיגט

טיף רויט

און צובלוטיגט


צאפלט אין גסיסה

טרוקן און נאס

א פיינפולע מיתה

געל און בלאס


אט אונטער ברעכט-זי

אונטער די סעזאנען לאסט

שטיל קרעכטצט-זי

און זינקט אין מאראסט


פון בוים פארטריבן

ווי א מצורע

פאר׳אבל׳ט געבליבן

זיצן אין מרה שחרה


קעפעלעך געבויגן

פארשטייפט, געלעמט

אראפגעלאזטע אויגן

פנימ׳ער פארשעמט


פארציטערט פאלט אריין

צו איר גאסטגעבער

צי איז אפשר פארהאן

נאך איבערלעבער?


פארעלטערטע קנייטשן

און קריצן טיפע

כאילו זי פארשטייט-שוין

די טויש אין תקופה

איר גלאנץ פארלאשן

אבער פול מיט חיות

גוט אויסגעדראשן

אבער לעבעדיג זי-איז

פון גרין צו ברוין

געפאלן אין ראנג

אראפ א טאן

אבער פארט א ׳געזאנג׳


פארקנייטשטע צעטלעך

פילפארביגע בריוון

געזיגלטע בלעטעלעך

ווינקן זיי פרואוון


די קאלירפולע שיכטן

ווי איר לעצטע צוואה

״איך פיר אויס מיינע פליכטן

ווי לאנג איך האב השפעה״


-

אין מצבים א גרויען

דו מוזט געטרויען

די פלאן גענויען

פון ציווארפן און בויען


אפילו א רגע נעבן

די עק פון לעבן

גארן און שטרעבן

די שלאכט נישט אויפגעבן


קעמפן און פרובירן

זיך נישט פארלירן

טוישן קאלירן

און זיך פריש אידענטיפיצירן

יעדע גוסטע

וואו נאר ביסטו

מאכן די זיסטע

איר מוזטו


סעזאנען פיר גיט ער

און קליידונג לויט די וועטער

א דרייסטער קלעטער

דיין לוח דורכבלעטער

17 views0 comments

Comments


bottom of page