top of page

בערג אויף בערג







בערג -

צו קריכן

קלעטערן

און זוכן

בערג -

פון שטיינער

זאמד און

- קיינער

בערג -

פון שפיצן

ציינער

און קריצן

בערג -

זיי קוקן

מיט א

גראדע רוקן

בערג -

אייז

די קעפ

קראצן ווייס

בערג -

איינע

אויפן צווייטן

דרימלען

מיט ווייסע

שלאף קאפלעך

חלומ'ן הימלען

בערג -

דאגות

חובות

און פראגעס

בערג -

פון טראכטן

דאגה'ן

פארדאכטן

בערג -

זענען מסתמה

נישט צו דערהייבן

אבער בערג -

די פאנאראמע

איז נישט צו גלייבן!


6 views0 comments

Comments


bottom of page