top of page

בענקעדיג



שטיין‭ ‬אויף‭ ‬א‭ ‬באנק

זיך‭ ‬שפירן‭ ‬העכער

זיצן‭ ‬אויף‭ ‬מיליאנען

צו‭ ‬פילן‭ ‬זיכער

בענקן‭ ‬צו‭ ‬רייכטום

און‭ ‬לעבן‭ ‬בעסער

נישט‭ ‬שפירן‭ ‬באנג

זיך‭ ‬פירן‭ ‬גרעסער

ספענדן‭ ‬באנקעטן

ווי‭ ‬ווען‭ ‬געלט‭ ‬וואסער

ברעכן‭ ‬בענק

נאר‭ ‬פאר‭ ‬די‭ ‬מעשר

דרייען‭ ‬א‭ ‬וועלט

טישן‭ ‬און‭ ‬בענק

זיך‭ ‬געשטעלט

אין‭ ‬ברייט‭ ‬און‭ ‬לענג

‭-‬

קוועטשן‭ ‬די‭ ‬באנק

פון‭ ‬עכטע‭ ‬ווערד

אנשטאט‭ ‬באנק‭-‬נאטן

וואס‭ ‬בלייבט‭ ‬אין‭ ‬דר‭'‬ערד

עס‭ ‬קען‭ ‬בלויז‭ ‬באנקראטן

פאפירענע‭ ‬געלט

גרייט‭ ‬אן‭ ‬א‭ ‬באנק

אויף‭ ‬יענע‭ ‬וועלט

0 views0 comments

Comentários


bottom of page