בליי און רויעך
שטיינער אין מוח
א סמבטיון רעיונות
מיליאנען רצונות
ווען בליי קען כאטש שרייבן
שטיינער בויען ווענט
רעיונות זאלן ווען בלייבן
רצונות זיך אליינס טוהן געקענט
טרוקן און קאלט
איבעראל פאלט
שטיקלעך אייז
צולאזט פון כעס
ווען קעלט כאטש קען קילן
אדער מחשבות צאמקלעבן
אייז דורשט שטילן
און עסעניש פיטערן לעבן
געשטיקט אין נעץ
פון באלד און יעצט
צווישן דארן און צווייגן
שרייען און שווייגן
ווען די נעץ קען כאטש כאפן פיש
און דער באלד זיך האלטן פריש
פון די דערנער רויזן שניידן
אדער שווייגן העלפט כאטש ליידן
צומישעניש אין גייסט
נישט וויסן וואס מ׳ווייסט
בלאנדזשעניש אין וועגן
פרעגן וועם צו פרעגן
ווען לעבן איז ווען קריסטאל
דירעקציעס אלס קלאר
ווער וואלט בכלל
געדארפט דיין 70 יאר?
Comments