ס'איז א פינטל
א פיצעלע פינטל
א ברעקל
פון ריינע, בלויזע
אמת
אמת - און 'זיך'
דאן -
איז א שיכט
א שיכט חשבונות
א דעקע רצונות
מחשבות
און נגיעות
און דערויף -
א פעקל דאגות
פעקלעך געוויסן
און געוויסן-ביסן
פעקלעך פון נעכטן
באלד און מארגן
שיכטן פחדים
מסקנות און זארגן
און דאן -
פאלט א ברעקעלע
א ווייסע, פשוט'ע
תמימות'דיגע
שנייעלע
אזוי ארגינעל
אזוי אמת
גארנישט, מיט גארנישט
בלויז
ריין און פשוט
פשוט, אמת
מיט א הייזעלע,
פארע, רויעך
א פייגעלע און וועווערקע
און איך.
ארגינעל. ווי אמאל, ווי שיין.
ס'איז אמת, און ס'איז שיין.
און ס'שניי.
Comments