top of page

אומ׳זוניג







ס'הימל און ערד

מיט זון און לבנה.


דרייט זיך א וועלט

ארום פלאנעטן.


טונקעלע ברילן

צו זעהן ליכט.


פליען צו די לבנה

דורך פארן צו די זון.


די לבנה ווי די זון

די זון ווי א לבנה.


א גרינע מאנטאג

פארוואנדלט אין שווארץ.


די טאג ווערט נאכט

אדער נאכט ווערט טאג.


מענטשהייט מיט ברילן

ווי פון די לבנה אראפ.


איינער: "כ'מוז באזוכן די זון

איר זוכן מיט ליכט."


איינער: "נע, ס'האט קיין 'זין'

צו קריכן צו די 'לבנה'."


אינטערסאנט.

נישטא וואס צו זאגן.

נישט נאר ער שיינט

נאר לאזט זיך שלאגן

אבער נישט שוין אים

ששים ושמחים לעשות רצון קונם


20 views0 comments

Comments


bottom of page