א מבול פון גוטס
שוואוילטאג קויפער
מבית ובחוץ
פול, מיט כופר
אפן ביזן תהום
פארשוועמט מאראל
חוקי סדום
די נייע נארמאל
פלינדערן יענעם
די צווייטע האלב גלעזל
א לעבעדיגע גיהנום
פון טויט און גזל
א שטראם פארשוועמט
כוואליעס אומעטום
צופיצלט און צונעמט
יעדע אינטש יקום
פארע און היצן
צום טויט שטיקט
כלו כל הקיצין
אינטעליגענציע צופליקט
הייבן זיך די וואסערן
צו סכנהדיגע שטאפלען
פלאסטיק שנעל אסרן
ווי ליבערשט צאפלען
צוגאנגען אנושית
פארברענט איר מהות
פארוואסערט די בושות
אין צונאמי'ס פון שטות
א מסורה מקובל
אז מסורה איז פאנאטיש
שיין איז יעדע איבל
קלוג איז אויטאמאטיש
אין דור המבול
שווימען מיר אקארשט
וואסער א מבול
פארט א דארשט
לא צמא למים
איבערגענוג מים זדונים
בענקען צו שמים
די מים התחתונים
א רעגנבויגן
פון קאלירן און רויעך
בלינצן פאר די אויגן
פארטעמען די מוח
א שטיבעלע פון האלץ
בוי אויף מיט כח
דיין אידישע שטאלץ
איז א תיבת נח
コメント